שטילער, שטילער

מאַני לײב

זישאָ לאַנדױ׳ן.

שטילער! שטילער! רעדט ניט הױךּ!
שטעהט געבױגען שװאַרץ און בלײךּ.
אײנגעבױגענע אין פּײן,
שװײגט און האַלט דעם אטעם אײן.

פון דער טיעפער נאַכט ארױס
און פון קײנעם ניט געהערט,
װעט ער אױף א װײסען פערד
קומען שטיל צו אונזער הױז.

פון זײן לױטערען געזיכט
און זײן קלאָהרען װײסען קלײד
װעהען װעט אױף אונז די פרײד,
פאלען װעט אױף אונז זײן ליכט.

זײט נאָר שטילער! רעדט ניט הױךּ!
שטעהט געבױגען שװאַרץ און בלײךּ.
אײנגעבױגענע אין פּײן,
שטעהט און האַלט דעם אַטעם אײן.

אױב מען האָט אונז אפּגענאַרט,
און מען האָט אונז אױסגעלאַכט,
און די גאנצע לאנגע נאַכט
האָבען מיר אומזיסט געװאַרט,

װעלען מיר אין אונזער בראָךּ
בױגען זיךּ צום האַרטען דיל
און מיר װעלען שװײגען שטיל,
שטילער נאָךּ און שטילער נאָךּ,

זײט זשע שטילער! רעדט ניט הױךּ!
שטעהט געבױגען שװאַרץ און בלײךּ.
אײנגעבױגענע אין פּײן,
שטעהט און האַלט דעם אַטעם אײן...

(1914)